שמע קולי איז א טעלעפאנישע הילף-ליין פאר מענער און פרויען וואס האבן מיטגעמאכט אדער זענען עפעקטירט געווארן פון אביוז – סיי וועלכע סארט פון אביוז.
איר קענט רופן דעם ליין אויב איר אליין ליידט פון אביוז אדער אנדערע ארום אייך אריינגערעכנט קינדער און יונגע מענטשן. סיי פון יעצט און סיי פון די פארגאנגנהייט.
דער ליין איז אינגאנצן קאנפעדענציאל און איר קענט רופן אנאנים דאס הייסט איר דארפט נישט אנגעבן אייער נאמען אדער ווער איר זענט.
איר וועט געפונען ביי אונז אן אפענעם אויער וואס הערט אייך אויס מיט רעספעקט און כבוד.