Hide this site
Giving a Voice to Victims of Abuse
  • English
  • אידיש

שמע קולי איז א טעלעפאנישע הילף-ליין פאר מענער און פרויען וואס האבן מיטגעמאכט אדער זענען עפעקטירט געווארן פון אביוז – סיי וועלכע סארט פון אביוז.
איר קענט רופן דעם ליין אויב איר אליין ליידט פון אביוז אדער אנדערע ארום אייך אריינגערעכנט קינדער און יונגע מענטשן. סיי פון יעצט און סיי פון די פארגאנגנהייט.
דער ליין איז אינגאנצן קאנפעדענציאל און איר קענט רופן אנאנים דאס הייסט איר דארפט נישט אנגעבן אייער נאמען אדער ווער איר זענט.

וואס קענסטו טון צו אלטע ווייטאגן וואס די האסט?

האלסטו ביי דיך אן אלטע סוד?

בין איך געווארן אביוזד?

דערציילן פאר איינעם אז ביסט געווארן אביוזד איז שווער – נישט דערציילן איז נאך שווערער

ווילסטו רעדן צו איינעם וועגן אביוז?

וויאזוי קען איך האלטן מיינע קינדער באשיצט?

זיי האבן דיך נישט אויסגעהערט דעמאלטס? –מיר וועלן דיך יעצט יא אויסהערן!

  • listening to victims of abuse

    אויסהערן

    אלע קאללס ווערן אנגענומען און באהאנדלט דורך מומחים וואס זענען פראפעסיאנאל, טרענירט און געלערנט אויסצוהערן
    מיטגעמאכטע פון אביוז.

  • Support

    חיזוק

    מיר ווייזן ארויס סענסיטיוויטעט צו אריינרופער און גיבן רעכט צו אלעס וואס איר פילט פארשטייענדיג אז די אביוז האט מעגליך פאסירט יארן צוריק און ווי שווער עס איז צו מאכן דעם טעלעפאן קאלל.

  • Shema Koli Advice

    עצות

    מיר גיבן אנווייזונגען וואס צו טון ווייטער; אריינגערעכנט פערזענליכע הילף, וויאזוי צו פארזיכערן סעיפטי, אויסארבעטן א מעגליכקייט פון רעדן צו אנדערע און העלפן מחליט זיין ווייטערדיגע שריט. אריינגערעכנט צו רעפארטן.

  • Onward Referral

    רעפעראל'ס

    ווען זיי זענען גרייט צייגן מיר א וועג פאר אונזערע רופערס צו זוכן הילף פון די ריכטיגע ספעציאליסט אגענטורן, רבנים, הילף-ליניעס, קאונסעלינג און טעראפי.

  • Educational Seminars

    עדיוקעישאן

    מיר האבן א ריי פון באלערענדע סעמינארן פאר די קהילה, געאייגנט צו ברענגען וואכזאמקייט און אינפארמאציע פאר מחנכים, קהילה-פירער, רביים/טיטשערס און עלטערן איבער די סכנה'ס און ריסק'ס פון אביוז און צו גיבן אנווייזונגען וויאזוי צו האלטן אונזערע קינדער און ארום באשיצט און געזיכערט.

שמע קולי ווערט געפירט דורך טרענירטע, עמפינדליך און ערפארענע מומחים. איר דארפט נישט אנגעבן אייער נאמען און מיר קענען נישט נאכגיין פון וואו איר האט גערופן.

איר וועט געפונען ביי אונז אן אפענעם אויער וואס הערט אייך אויס מיט רעספעקט און כבוד.

אונזער הילף ליין :

020 3670 1818
Sunday 6pm - 8.30pm
Monday 3pm - 5.30pm
Tuesday 11am - 1.30pm
Thursday 11am - 1.30pm